kerbale (kerbale) wrote in take_yiddish,
kerbale
kerbale
take_yiddish

א רעצענזיע אויף דעם נייעם באנד "ירושלימער אלמאנאך" י




פֿון איציק גאָטעסמאַן (ניו־יאָרק)     י

 
 
 

פֿונעם נײַעם נומער "ירושלימער אַלמאַנאַך: צײַטשריפֿט פֿאַר ליטעראַטור, קולטור און געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען תּשס״ח/ 28" איז צו זען, אַז פֿון אַ ירושלימער אַלמאַנאַך איז געוואָרן אַ וועלט־אַלמאַנאַך פֿון דער ייִדישער פּרעסע און ליטעראַטור. דער הײַנטיקער רעדאַקטאָר, פּראָפֿ׳ דובֿ־בער קערלער, וועלכער האָט איבערגענומען די רעדאַקציע פֿון זײַן טאַטן, דער פּאָעט, יוסף קערלער ז״ל, האָט פֿאַרברייטערט דעם תּוכן פֿון דער צײַטשריפֿט, סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ טעמאַטיש.

ס‘רובֿ מאַטעריאַלן אינעם "אַלמאַנאַך" ווערן אָפּגעדרוקט צום ערשטן מאָל, אָבער אַ טייל ווערק זענען איבערגעדרוקט פֿון אַנדעדע פּובליקאַציעס, אָדער איבערגעזעצט אויף ייִדיש פֿון אַנדערע שפּראַכן. באַקומט זיך אַ זשורנאַל ווי די אַמאָליקע "מיניקעס"* יום־טובֿ־בלעטער, וווּ עס מישן זיך צונויף סײַ נײַע, סײַ שוין געדרוקטע זאַכן, כּדי צו ברענגען דעם לייענער דאָס "בעסטע" וואָס מע קען לייענען הײַנט אויף ייִדיש.

צווישן די מחברים וואָס נעמען אָנטייל, קען מען זען נעמען פֿון די הײַנטיקע ייִדישע פּראָזע־שרײַבערס, ווי יוסף בורג און ה. ד. מיענקעס, ווי אויך פֿון די וועלכע זענען אַוועק אין דער אייביקייט, ווי יאָסל בירשטיין און הירש רעלעס. מע קען דאָ לייענען לידער פֿון פּאָעטן אין ישׂראל, אַמעריקע, רוסלאַנד, ענגלאַנד און עסטרײַך. די גרויסע צאָל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ דעמאָנסטראַצע, אַז ייִדישע שרײַבערס זענען יאָ פֿאַראַן און שאַפֿן ווײַטער, נישט געקוקט אויפֿן נבֿיאות פֿון אונדזערע פּעסימיסטן. די ניצלעכקייט פֿון אַזאַ שריפֿט ווי דער "ירושלימער אַלמאַנאַך" זעט מען, למשל, בײַם איבערלייענען מרים האָפֿמאַנס פּיעסע "די לודמירער מויד", וואָס די "פֿאָלקסבינע" האָט אויפֿגעפֿירט מיט 10 יאָר צוריק און וואָס פֿאַרנעמט 50 זײַטן. האָפֿמאַנס דראַמע וואָלט, מסתּמא, קיין מאָל נישט געזען די ליכטיקע שײַן אויף ייִדיש, ווען נישט דער "אַלמאַנאַך".

זכרונות פֿאַרנעמען אַ בכּבֿודיק אָרט אין אונדזער ליטעראַטור הײַנט, און ס‘איז טאַקע וויכטיק זיי וואָס מער צו דרוקן, כּל־זמן דער מיזרח־אייראָפּעיִשער געבוירענער דור קען נאָך בײַשטײַערן צו דעם. עס פֿרייט אונדז צו לייענען מוסיע לאַנדאַוס אַרטיקל וועגן ווילנע, אַבֿרהם ברומבערגס זכרונות פֿון דער מעדעם סאַנאַטאָריע און מישע לעווס אָפּהאַנדלונג פֿון ייִדן, וועלכע האָבן געקעמפֿט אין דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ייִדישע שרײַבער, וועלכע האָבן געקענט עטלעכע שפּראַכן, האָבן תּמיד געהאַט אַ שטאַרקן אימפּולס צו באַקענען דעם ייִדיש־לייענער מיט ווערק פֿון ייִדן, וואָס שאַפֿן אויף אַנדערע שפּראַכן; ווערק וואָס זענען בעצם אַזוי ייִדישלעך, אַז זיי וואָלטן געקענט געשריבן ווערן אויף מאַמע־לשון, ווען דער גורל וואָלט אויסגעקומען אַנדערש. אַזאַ ווערק שטעלט מיט זיך פֿאָר בערנאַרד מאַלאַמודס קלאַסישע דערציילונג "דער ייִדישער פֿויגל", איבערגעזעצט פֿון ענגליש פֿון מרים האָפֿמאַן, ווי אויך דמיטרי קימעלפֿעלדס רוסישע לידער, איבערגעזעצט פֿון וועלוול טשערנין. די אַנדערע פֿרעמד־שפּראַכיקע ווערק, ווי די דערציילונגען פֿונעם שאַפֿערישן סברה עתּגר קרת (איבערזעצונג: וועלוול טשערנין) וואָלטן, אַפּנים, געדאַרפֿט דינען ווי אַ מוסטער פֿון די לעצטע ליטעראַרישע "מאָדעס."

די לעצטע דרײַ טיילן פֿונעם "אַלמאַנאַך" נעמען אַרײַן מער וויסנשטאַפֿטלעכע מאַטעריאַלן, שטודיעס און אַרכיוו־געפֿינסן. צווישן זיי דאַרף מען אָנרופֿן פּראָפֿ׳ אַבֿרהם גרינבוימס קורצן איבערבליק איבער מיכל גאָרדאָנס "געשיכטע פֿון רוסלאַנד" (1869), און משה לעמסטערס פּראָפֿיל פֿונעם ביאַליסטאָקער בדחן, סאָניע זאַנדרונסקי. ספּעציעל פֿאַרכאַפּנדיק לייענט זיך שלמה מיכאָעלס פּיעסע "דער בויער", וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט שוין אין 1919 אונטער אַלעקסיי גראַנאָווסקיס רעזשי (די פּיעסע האָט ער געשריבן אויף ייִדיש, אָבער געבליבן איז נאָר די רוסישע איבערזעצונג, וואָס פּראָפֿ׳ קערלער האָט איבערגעזעצט צוריק אויף ייִדיש).

דיעגאָ ראָטמאַנס אַרבעט וועגן דער געשיכטע פֿונעם "ייִדישפּיל־טעאַטער", פֿון זײַן אָנהייב אין 1988 ביז 2003, איז, לויט מײַן מיינונג, דער פּערל אין דער זאַמלונג. דער מחבר איז נישט נאָר אַ פֿאָרשער, נאָר אויך באַקאַנט פֿאַר זײַן ייִדישער טרופּע "סאַלאַמאַנקאַ". ראָטמאַן קוקט אויף דער ייִדישער קולטור־געשיכטע מיט אַ זעלטענעם קריטישן אויג, און נישט אַלע לייענער וועלן מסכּים זײַן מיט זײַנע אימפּליקאַציעס. ער אַנאַליזירט דעם מאַניפֿעסט פֿון "ייִדישפּיל" אין די ראַמען פֿון אַלגעמיינע קולטור־אויפֿלעב־באַוועגונגען. דער עסיי איז באמת אַ זעלטענער מוסטער פֿון אַ הײַנטיקן אַקאַדעמישן אַנאַליז אויף ייִדיש (און זעט אויס, נישט איבערגעזעצט). די אָפּהאַנדלונג דערציילט אונדז נישט נאָר וועגן דער טרופּע, אָבער אויך וועגן דעם, ווי עס פּאַסט זיך אַרײַן ייִדיש אין דער הײַנטיקער ישׂראל־געזעלשאַפֿט בכלל.


דער פולער טעקסט איז דאָ אין: פאָרווערטס
דער וועב־זייט פונעם נייעם באנד: ירושלימער אַלמאַנאַך


Subscribe
  • Post a new comment

    Error

    default userpic
    When you submit the form an invisible reCAPTCHA check will be performed.
    You must follow the Privacy Policy and Google Terms of use.
  • 0 comments